3 – Three Steps Phasing

 

הקדמה א' ביזנעס דעוועלעפמענט, יש מעין אין יש מיש

ווען עס קומט צו ארבייטן אין אויפבויען א ביזנעס זענען דא דריי שטאפלען, דריי אפגעטיילטע ענינים וואס דארפן עקסטער אפגעלערענט אין אויסגעארבייט ווערן, אלץ דריי באזינדערע פונקציעס.

די דריי פונקציעס זענען

מאכן דעם יש מעין: דאס ווערט געטון אין די ערשטע שטאפלען פון בויען א ביזנעס. דא זענען די ערשטע טרעפ וואס ברענגען די מחשבה לידי מעשה… דאס איז די ערשטע פאר חדשים אדער די ערשטע יאר צוויי, וואס דעמאלס ווערט געבוירן אין פאברעצירט די ביזנעס.

מאכן א יש מיש: די צווייטע פונקציע וואס דארף אויסגעארבייט ווערן איז דאס אהערשטעלן אין מסדר זיין דעם יש, עס זאל זיין מסודר, סטאביל אין עס זאל שטיין אויף די פוס. נעמען דאס וואס עס איז דא, אין זיכער מאכן אז עס ארבייט ווי עס דארף צו זיין..

ביזנעס וואוקס: נאכדעם וואס דער יש איז אוועקגעשטעלט אויף איר אייגענע פוס, קומט אריין די דריטע פונקציע אין מען דארף אויסארבייטן די מהלך וואס זאל אהערשטעלן די ביזנעס אז עס זאל קענען וואקסן געזונטערהייט פאר די קומעדיגע יאר'ן.  

כאטש וואס די דריי פונקציעס ארבייטן אינאיינעם, מען קען ארבייטן אויף עטליכע פון זיי אין די זעלבע זמן, אין ווען מען ארבייט אויף איין ענין קען דער צווייטער אפעקטירט ווערן צו גוטן אדער צום שלעכטן, דאך זענען זיי נאך אלץ באזינדערע ענינים, אנדערע חושים אין סקילס דארפן באניצט ווערן, אין אנדערע וועגן אין מעטאדן פירן דעם מהלך וויאזוי מען גייט צו דערצו אין וויאזוי מען שטעלט דאס אהער…

וויאויך איז דאס מציאות, אז פריער מען האלט אין די ביזנעס, טון מען מער אין די ערשטע פונקציע (געבוירן די ביזנעס). שפעטער טוט מען מער אין די צוויי פונקציע (אראפשטעלן די ביזנעס) אין ערשט ווען די ביזנעס איז שוין אוועקגעשטעלט קאנציטרירט מען זיך אויף דריטע פונקציע (מאכן וואקסן די ביזנעס). אין כדי צו קענען זיך רוקן אין אויפארבייטן די צווייטע שטאפל דער דער ערשטער זיין מער וויייגער פארענדיגט, אין די זעלבע איז אמת פאר מען קאנצעטרירט זיך אויפן דריטן שטאפל, דארף די צווייטע זיין פארענדיגט. אזויווי די וועסט אי"ה זעהן אין לויף פון די סעריע מיט א קלארקייט.

פארשטייט זיך אז עס זענען דא ביזנעסער וואס בלייבן שטיין אלעמאל אינעם ערשטן שטאפל, אין עס זענען דא וואס בלייבן שטיין אינעם צווייטן שטאפל פרובירנדיג אוועקצוזעצן דעם ביזנעס, אין עס זענען דאס וואס ווי נאר זיי האבן פארענדיגט דעם צווייטן שטאפל זענען זיי אויסגעברענט צו ארבייטן אויפן דריטן שטאפל…

עס דארף אבער ארויסגעברענגט ווערן מיט א קלארקייט, אז כאטש די אלע אינפארמאציע וואס די וועטסו ליינען דורכאויס דעם סעריע זענען נוגע, פאר אלע דריי שטאפלען פון ביזנעס דעוועלעפמענט, דאך איז אינזער עקספערטי בלויז אויף די צוויי לעצטע שטאפלען. דאס איז וואס מיר האבן געלערענט, אין דאס איז וואס מיר האבן געטון די לעצטע יארן פאר אינעזערע בעלי בתים אין פאר פריוואטע קליענטן/ביזנעס אייגענטומער.  

אינזערע ארטיקלען וועלן זיך באצוען בעיקור פאר ביזנעסער וואס האלטן שוין נאך דעם יש מעין פאזע… מיר וועלן זיך קאנצעטרירן אויף וויאזוי אוועקצושטעלן די ביזנעס עס זאל זיין געזונט (מיר וועלן אויסשמיסן וואס מיינט געזונט, אין וואס, פארוואס אין וויאזוי עס דארף אוועקגעשטעלט ווערן, אין לויף פון די סעריע) אין אז עס זאל דערנאך קענען אריינגיין אינעם דריטן שטאפל אין אז עס זאל וואקסן געזונטערהייט

No Comments Yet.

Leave a comment