4 – Learning Business Development

הקדמה ג' - חכמה, בינה, און דעת אין ביזנעס.

מיר בעטן יעדן טאג דריי מאל ביים דאווענען וחנינו מאתך חכמה, בינה, ודעת… מיר בעטן דער אייבירשטן וויסענשאפט, פארשטאנד, אין קליגשאפט אויף צו טון למעשה. דאס זענען די דריי שטאפלען וואס פעלט זיך אויס פאר א מענטש אנצוקומען צו זיין ציל בעזר השם..

חכמה: איז וויסענשאפט, אינפארמאציע. כדי צו קענען בויען א הויז, דארף מען ווייסן א ים פון אינפארמאציע, וואס פארא מאטריאל ניצט מען פארוואס, וויאזוי מאכט מען זיכער איז די זוילן וועלן זיך נישט אינטערברעכן, וויאזוי מאכ מען זיכער אז עס רעגענט נישט אריין אין נאך אין נאך אין נאך….

בינה: פארשטנד, קולט זיין אין פארשטיין די חכמה אזוי קלאר, אז מען זאל קענען זיין א מבין דבר מתוך דבר,מען זאל קענען מבחין זיין ווען די איפארמאציע אין רעלעווענט אין ווען נישט, ווען דארף מען זיך האלטן צו די רול'ס אין ווען קען מען מאכן אן אויסנאם, נעמען סתירה'דיגע אינפארמאציע, אדער א סוטואציע וואס מען האט עטליכע אפציעס אין ארויסהאבן ווען איז ריכטיג צו טון וואס.

דעת: קליגשאפט אויף צו אימפלעמענטירן די חכמה אין די בינה אויף למעשה. עס איז נישט גענוג אז אינזער קאפ האט ארויס קלאר וואס מיר האבן צו טון, נאר אינזערע אברים אין אינזערע מעשים דארפן קענען פרודוצירן דאס וואס מען פארשטייט. אויסטרעפן די קורצטע וועג וויאזוי אויסצופירן די דעת אויף למעשה, זיכער מאכן אז מען שטויסט זיך אן אין ווי ווייניגער פראבלעמען אויסצופירן דעם דעת……

איינע פון די ערטער וואס מיר דארפן זיך באניצן מיט די דריי שטאפלען פון חכמה, בינה אין דעת, אויסצופירן אינזערע צילן, איז - פארשטייט זיך -  אין ביזנעס…

אויב זאל מען פרובירן צו טראכטן וויאזוי די דריי שטאפלען קוקן אויס אין די ביזנעס ענווייערמענט, וועלן מיר מיר ארויסקומען מיט די פאלגאנדע

חכמה. ווערט רעפרעזענטירט דורך די זענען ביזנעס טרענינג'ס, לעקטשורס, אין אינפארמאטיווע ארטיקלען אדער סתם שמיסן וואס אייער רעדט צום צווייטן אין גיבט איידיעס אדער השקפה איבער ביזנעס.

בינה. ווערט אויסגעארבייט מיט א ביזנעס קאוטש, ווי מען שמיסט איבער אינפארמאציע וואס מען האט געהערט אדער פון אינפארמאציע וואס מען ווייסט פון אייגענע עקספיריענס, מען טראכט אריין אין מען פרובירט צו זיין א מבין דבר מתוך דבר, אין ארויסברענגען אינערליכע מחשבות צום אויבערפלאך, אז מען זאל דערפון קענען ארויסנעמען אן החלטה וויאזוי זיך אומצוגיין מוט א געוויס סוטאציע.  

דעת. ווערט רעפרעזענטירט דורך א ביזנעס קאנסאלטיענט. דער קאנסאלטענט לויט ווי מיר פארשטייען עס, איז איינער וואס האט "דעת" אין עקספערטי, איינער וואס האט שוין מצליח געווען מיט'ן סעקסעספול אימפלעמענטירן די חכמה אין די בינה אראפ ביזן פאקט פון הצלחה

ואשר על כן, א געלונגענע קאנסאלטענט איז געווענדליך איינער וואס האט שוין מצליח געווען איז די זעלבע סארט ביזנעס אזויווי די, אדער איינער וואס האט א געוויסע עקספערטי אין זיין פעלד אויף למעשה……. סיי ווער וואס האט נישט די עקספערטי אין דיין ספעציפישע פעלד, אין די נעמטס פון אים "דיירעקטע עצה" איז אינבעסטן פאל א ביזנעס קאוטש וואס טוט א שוואכט קאוטשינג ארבייט, אמער, זיינע עצות זענען געבויעט אויף די וועג וויאזוי ער טראכט, אויף די וועג וויאזוי ער פארשטייט דיין ביזנעס אין וואס די ביזט, ער נישט דיינע גלעזער, ער זעהט נישט דיין ביזנעס ווי אזוי דו זעסט עס, ער האט נישט דיין לעוועל פון חכמה אין בינה אז ער זאל דיר קענען באמת העלפן מיט די חלק פון דעת, ער זעהט נישט דיין ביזנעס וויאזוי דו זעסט עס..

וממילא, וואס נעמען מיר ארויס פון דעם הקדמה

  • כדי זיך צו שטעלן אויף די פוס באמת, דארפסט אליינס ארויסהאבן די חלק פון חכמה - די וויסענשאפט.  די בינה - די דארפסט קענען אנקומען צו זיין א מבין דבר מתוך דבר, בכדי די זאלסט נישט אלע מאל דארפן אנקומען צו קיין קאוטשינג אדער קאנסאלטינג, די זאלסט קענען שטיין אין פירן דיין ביזנעס אליינס אויף די אייגענע האנט (פארשטייט זיך אמאל פאר געוויסע ענינים דארף מען אלע מאל אן אינדרויסנדיגער צו גיבן פרעספעקטיוו)  
  • אויב איז דיין באגער צו גיין צו קאנסאלטינג אנשטאט קויטשינג זייט זיכער זיך צו קאנסאלטן מיט מענטשן וואס האבן עקספערי אין די פעלד וואס די טוסט

אין יעצט צום הויפט נקידה, אינזער פראגראם וועט זיין אהערגעשטעלט צו ברענגען די חכמה אין ארויסהעלפן מיט די בינה, מיר טוען אויך ביזנעס קאוטשינג

No Comments Yet.

Leave a comment