2 – Business Structure

הקדמה ב' - סדר / סטראקטור.

מיר האבן שוין בארירט אז די סעריע ארטיקלען וועלן לויפן אויף א ספעציעלן מסודר'דיגן סטראקטור. וואס מיינט דאס? וואס הייסט א סדר ווען עס קומט צו ביזנעס.

יעדער ווייסט אין יעדער פארשטייט אז ווען מען בויעט א בנין, איז דא א ספעציעלע סדר מסודר וועלעכע בוי ארבייט דארפן געטון ווערן צום ערשט אין וועלעכע'ס דארף געטון ווערן צום צווייט. יעדער פארשטייט אז צום ערשט גראבט מען אין הערשט דערנאך גיסט מען דעם פאנדומענט. צום ערשט ציט מען די עלעקטראנישיע ווייערס אין ערשט דערנאך לייגט מען די שיטראק וכדומה. אין ווי געוואלד אויב וועט מען גיסן דער פאנדומענט בעפאר'ן אויסגראבן, אין וויי געוואלד אויב זאל מען לייגן די ווענט בעפאר מען האט געצויגן די וואסער רערן…. עס דארף נישט ארויסגברענגט ווערן דעם שרעכליכן דיזעסטער… נישט נאר וואס מען דערלייגט דאס געלט ווייל מען דארף אלעס איבערמאכן, נאר מען האט אויך פארברענט צייט, כח, אין מח מיט דעם אום סדר.

נאך מער פון דעם, אפילו מען זאל יא מסדר זיין א וועג צו צוען די עלעקטריק אדער פייפס, נאכן לייגן די ווענט, וויאזוי וועט די היים אויסקוקן, אדער וועלן זיין לעכער אין די וואנט וואס מען וועט דארפן בדיעבד פארבויען, אדער וועט מען דארפן פארמיסן די ווענט אין די דעכער פון אין די שטיבער מיט דעם וואס די צואינגען וועלן זיך אריינזעהן אינעם שטיב…

גענוי אזוי, אין נאך ערגער פון דעם איז א ביזנעס וואס ווערט געבויעט אנע סדר מסודר...אויב איז נישט געבויט געווארן קודם די פאנדומענט אין הערשט דערנאך די חלקים וואס קומען דערנאך, איז עס גערענטירט אויף צו "דערלייגן געלט", "איבערטון ארבייט דאפעלט", "זיך אן עצה געבן מיט בדיעבד'יגע סעלאשענס" אין מיט'ן לויפן פון איין פראלעם צו די צווייטע"

אבער ביי א ביזנעס קומט נאך צו נאך עפעס!!! נישט נאר טוט דאס אפעקטירן דאס אוועקשטעלן די ביזנעס געזונטערהייט, נאר אויך טוט דאס פאר'שווערן די וואקס פון די ביזנעס. יעדע שטיקל אין יעדעס ביסל וואס די ביזנעס וואקסט, קומט צו נאך אין נאך פראבלעמען…. דאס אלעס פאסירט ווייל די ביזנעס איז נישט געבויט געווארן אין אוועקגעשטעלט געווארן מיט א סדר…

בעזר השם אין אט די סעריע פון בערך 60 ארטיקלען, וועט אראפגעשריבן ווערן די 50 יסידות פון בויען א ביזנעס אין די דריי יסודות פון מאכן וואקסן א ביזנעס , אין איבעראלעם ווערט ארויסשטארן די סדר, ווען יעדע ארטיקל וועט זיין געבויעט אויף די פארגאנגענע

 

No Comments Yet.

Leave a comment