1 – Business Development Intro

 

א גוטן אין וועלקאם צו די וועכענטליכע אי-מעיל ארטיקלען, מיט'ן אייבערשטענס הילף, איז דאס די ערטשע פון א סעירע פון ארטיקלען איבער ביזנעס דעוועלעפמענט אין ביזנעס וואוקס, וואס וועט אנקומען צו אייער אימעיל אינבאקס א יעדע וואך

די סעיריע פון ארטיקלען וועלן בעזר השם אין לויף פון די צייט ארים-נעמען יעדע חלק אין יעדע נושא וואס איז נוגע ביזנעס. דאס נעמט אריין ברענדינג, ליעד דשענערעשאן, סעילס, אפאראציעס, קאסטומערס סערוויס, סיסטעמעזעשאן, מענעדשמענט, פיינענס, אין לידערשיפ, ועוד כמה וכמה ענינים וואס וועט אינטערקומען אין לויף פון די סעריע, אדער וואס וועט ווערן פארבעטן דורך אייך צו ווערן באארבייט אדער אויסגעשמיסט...

כדי אט די אינטערנעמונג זאל זיך האלטן אין זיין א דבר של קיימא, וועל איך מיך קאנצעטרירן אז עס זאל יעדע וואך ארויגעלייגט ווערן בלויז אזויפיל וויפיל עס גייט ארויף אויף צוויי בלעטער פון א רעגולער ווארד פראסעסינג פייל. האפינטלעך וועט עס זיין גענוג אינפארמאטיוו פאר די ליינער, אין פון די אנדערע זייט וועט עס נישט זיין צו שווער אין איבערגעשטרענגט צו שרייבן מידי שביע בשביע.

אזויווי געשמיסט וועלן די ארטיקלען נישט זיין אפהענגיג איינס פונעם צווייטן, נאר וועלן לויפן אויף א ספעציעלע סדר מסודר, ווי איין נושא וועט פירן צו די צווייטע נושא, אז עס זאל האבן א געזונטא סטאקטור אין אז מען זאל דערפון קענען אוירסנעמען עפעס זאכ'ליכס אין אויף צו טון למעשה.

פארשטייט זיך אז וויפיל מען זאל נאר שרייבן איז עס נישט גענוג, אין עס איז נישט מעגליך בשום אופן אראפצושרייבן יעדן געדאנק מיט אלע פיטשעפקעס אין דעטאלן… ולא עוד, נאך שווערער איז צו שרייבן אינפארמאציע אין ביזנעס קאנצעפטן אויף א וועג אז יעדער זאל קענען ארויסנעמען אין פארשטיין ווי אזוי עס טוט נוגע זיין זיין ביזנעס אדער וואס עס מיינט פאר אים.

ואשר על כן, וועלן מיר אין יעדן ארטיקל אראפשרייבן א יסוד אין ביזנעס אויף וויפיל עס וועט שייך זיין, אין האפענטליך צוליב דעם וואס - ווי געשמיסט - וועלן די ארטיקלען לויפן א ספעציעלע סדר, וועסטו קענען ארויסנעמען א נקידה אין ארבייטן דערויף. (ווערט שפעטער אויסגעקלארט)

......חפץ השם בידינו יצליח

צום אלעם ערשט איז וויכטיג אויסצושמיסן כמה הקדמות וואס איז וויכטיג אויסצושמיסן בעפאר מען גייט אריין אין די תוכן אין אינעם סטראקטור וואס גייט פירן דעם פאלגאנדן סעריע

קומעדיגע פאוסט הקדמה א

No Comments Yet.

Leave a comment